Jump to content

פּריוואַטקייט־פּאָליטיק — אויף וואָס די פּאָליטיק גילט נישט

From Wikimedia Foundation Governance Wiki
This page is a translated version of the page Policy:Privacy policy/What policy does not cover and the translation is 100% complete.
מער וועגן דעם אויף וואָס די פּריוואַטקייט־פּאָליטיק פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע גילט נישט

דער דאָזיקער אָפּטייל איז אַ טייל פֿון דער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק און איז באַשטימט צו דערקלערן בפֿרט וועלכע סיטואַציעס ווערן נישט געדעקט דורך אונדזער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק.

וויקימעדיע־וועבזײַטן און מכשירים מיט אַנדערע פּאָליטיקן
געוויסע וועבזײַטן אָדער מכשירים פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע האָבן אַנדערע פּריוואַטקייט־פּאָליטיקן אָדער הוראות וואָס זענען אַנדערש פֿון דער דאָזיקער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק. די וועבזײַטן נעמען אַרײַן:
אויב אויף אַ וועבזײַט פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע גילט אַן אַנדער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק, וועט זי האָבן אַ לינק צו דער פּאָליטיק. ווען אויף אַ מכשיר פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע גילט אַן אַנדער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק, וועט די זײַט וווּ מע קען אַראָפּלאָדן אָדער אַקטיווירן דעם מכשיר אַרײַננעמען אַ לינק צו דער פּאָליטיק.
קהילה־מיטגלידער
די וויקימעדיע־וועבזײַטן זענען אַ געמיינזאַמע אַרבעט פֿון ליבשאַפֿט, וואָס ווערט כּסדר אויפֿגעהאַלטן און דערהײַנטיקט פֿון אַ וועלט־ברייטער קהילה פֿון פֿרײַוויליקע. די דאָזיקע קהילה קען טייל מאָל האָבן צוטריט צו פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע כּדי צו פֿאַרזיכערן דאָס פֿונקציאָנירן פֿון די וויקימעדיע־וועבזײַטן.
  • פֿרײַוויליקע מיט אַדמיניסטראַטיווע אויפֿגאַבעס, ווי באַניצער־קאָנטראָלירער (CheckUsers) אָדער סטואַרדס. דאָס זענען פֿרײַוויליקע וואָס פֿירן דורך די פּאָליטיקן פֿון די וויקימעדיע־וועבזײַטן און פֿאַרזיכערן זייער זיכערהייט. ווען די אַדמיניסטראַטאָרן באַקומען צוטריט צו נישט עפֿנטלעכער פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע, מוזן זיי זיך האַלטן בײַ אונדזער פּאָליטיק וועגן צוטריט צו נישט עפֿנטלעכע פּערזענלעכע דאַטן, און אויך בײַ אַנדערע פּאָליטיקן וואָס גילטן פֿאַר די באַזונדערע מכשירים.
  • צושטעלער פֿון מכשירים. מיר שטיצן פּלאַטפֿאָרמעס, ווי wmflabs.org, אויף וועלכע דריט־צדדיקע אַנטוויקלערס קענען עקספּערימענטירן און אַנטוויקלען נײַע מכשירים און וועבזײַטן. ווען איר ניצט איינעם פֿון די מכשירים אַנטוויקלט פֿון די דאָזיקע פֿרײַוויליקע, קענט איר זיי איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע. ווען די פֿרײַוויליקע באַקומען צוטריט צו נישט עפֿנטלעכער אינפֿאָרמאַציע אָדער צו פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע, מוזן זיי זיך האַלטן בײַ די תּנאָים וואָס גילטן פֿאַר דער באַזונדערער פּלאַטפֿאָרמע אויף וועלכער דער מכשיר איז צוטריטלעך.
  • אַנדערע באַניצערס. מיר צושטעלן עטלעכע מכשירים וואָס דערמעגלעכן באַניצערס צו קאָמוניקירן איינער מיטן אַנדערן. די קאָמוניקאַציעס קענען ווערן געדעקט דורך דער דאָזיקער פּאָליטיק בשעת זיי גייען דורך אונדזערע סיסטעמען. אָבער די פּאָליטיק דעקט נישט די באַניצערס וואָס באַקומען די קאָמוניקאַציעס, און אויך נישט וואָס זיי טאָן מיט זיי נאָכן באַקומען זיי. בײַשפּילן זענען:
    • שיקן מעלדונגען צו בליצפּאָסט־רשימות וואָס די פֿונדאַציע באַלעבאַטעוועט;
    • בעטן הילף פֿון פֿרײַוויליקע דורך אונדזער אָנלײַן־סיסטעם פֿאַר באַהאַנדלען בקשות (בליצבריוו געשיקט צו info@wikimedia.org קומען אָן אין דער דאָזיקער סיסטעם);
    • שיקן בליצבריוו צו אַנדערע באַניצערס דורך די וויקימעדיע־וועבזײַטן (למשל, דורך דער פֿונקציע „שיקן אַ בליצבריוו צו דעם באַניצער“); און
    • שמועסן אויף IRC (למשל אויפֿן קאַנאַל #wikipedia).
דריטע צדדים
די דאָזיקע פּריוואַטקייט־פּאָליטיק דעקט נאָר דעם אופֿן ווי די וויקימעדיע־פֿונדאַציע זאַמלט, ניצט און אַנטפּלעקט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע, און באַהאַנדלט נישט די פּראַקטיקן פֿון דריטע צדדים. למשל, די דאָזיקע פּריוואַטקייט־פּאָליטיק באַהאַנדלט נישט די פּראַקטיקן פֿון:
  • וועבזײַטן אָנגעפֿירט פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, ווי וועבזײַטן צו וועלכע עס זענען דאָ לינקען אין די „רעפֿערענצן“־אָפּטיילן פֿון וויקיפּעדיע, אָדער וועבזײַטן אָנגעפֿירט פֿון וויקימעדיע־אָפּטיילן אָדער אַנדערע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער באַוועגונג. די אָרגאַניזאַציעס קענען באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אײַך אויב איר באַזוכט זייערע וועבזײַטן נאָכן נוצן איינע פֿון די וויקימעדיע־וועבזײַטן. אויף זיי גילטן זייערע אייגענע פּריוואַטקייט־פּאָליטיקן.
  • מאָבילע אַפּליקאַציעס צוגעשטעלט פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים. די אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים קענען באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אײַך אויב איר ניצט די אַפּליקאַציעס צו באַקומען צוטריט צו די וויקימעדיע־וועבזײַטן אָדער צו זייער אינהאַלט. אויף זיי גילטן זייערע אייגענע פּריוואַטקייט־פּאָליטיקן.

טייל מאָל קענען פֿרײַוויליקע אַרײַנשטעלן אויף אַ וויקימעדיע־וועבזײַט אַ דאַטן־זאַמלונג־מכשיר, ווי אַ סקריפּט, גאַדזשעט, נאָכפֿאָלג־פּיקסל אָדער מיטטייל־קנעפּל, אָן אונדזער וויסן. די דאָזיקע פּאָליטיק דעקט נישט ווי דריטע צדדים באַהאַנדלען די אינפֿאָרמאַציע וואָס זיי באַקומען ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַזאַ מכשיר. אויב איר טרעפֿט אַזאַ מכשיר פֿון אַ דריטן צד און האַלט אַז ער פֿאַרלעצט די דאָזיקע פּאָליטיק, קענט איר דעם מכשיר אַליין באַזײַטיקן אָדער אים מעלדן צו privacy@wikimedia.org, כּדי מיר זאָלן קענען אויספֿאָרשן דעם ענין.

זײַטן וועגן פּריוואַטקייט