Jump to content

דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע

From Wikimedia Foundation Governance Wiki
This page is a translated version of the page Policy:Universal Code of Conduct and the translation is 100% complete.
דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע

פֿאַר וואָס מיר האָבן אַן אוניווערסאַלן אויפֿפֿירונג־קאָדעקס

מיר גלייבן אַז מען זאָל געבן ווי פֿיל מענטשן ווי מעגלעך די מעגלעכקייט זיך אַקטיוו צו באַטייליקן אין וויקימעדיע־פּראָיעקטן און סבֿיבֿות, כּדי צו פֿאַרווירקלעכן אונדזער וויזיע פֿון אַ וועלט אין וועלכער יעדער קען האָבן אַ טייל אין דער גאַנצער מענטשלעכער קענטעניש. מיר גלייבן אַז אונדזערע קהילות פֿון בײַטראָגער זאָלן זײַן אַזוי פֿאַרשיידנאַרטיק, אַרײַננעמיק און צוטריטלעך ווי מעגלעך. מיר ווילן אַז די קהילות זאָלן זײַן פּאָזיטיווע, זיכערע און געזונטע סבֿיבֿות פֿאַר אַלע וואָס שליסן זיך אָן אין זיי (און וואָס ווילן זיך אָנשליסן). מיר פֿאַרפּליכטן זיך צו פֿאַרזיכערן אַז אַזוי זאָל עס בלײַבן, צווישן אַנדערן דורך אָננעמען דעם אויפֿפֿירונג־קאָדעקס און אים איבערקוקן און דערהײַנטיקן לויטן באַדאַרף. מיר ווילן אויך באַשיצן אונדזערע פּראָיעקטן פֿון די וואָס שעדיקן אָדער פֿאַרקרימען דעם אינהאַלט.

אין איינקלאַנג מיט דער שליחות פֿון וויקימעדיע וועלן אַלע וואָס באַטייליקן זיך אין וויקימעדיע־פּראָיעקטן און סבֿיבֿות:

  • העלפֿן שאַפֿן אַ וועלט אין וועלכער יעדער קען פֿרײַ האָבן אַ טייל אין דער גאַנצער קענטעניש
  • זײַן אַ טייל פֿון אַ וועלטווײַטער קהילה וואָס וועט אויסמײַדן אײַנזײַטיקייט און פֿאָראורטיילן, און
  • שטרעבן צו פּינקטלעכקייט און צו דער מעגלעכקייט איבערצופּריפֿן די אינפֿאָרמאַציע אין איר גאַנצער אַרבעט

דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס (UCoC) באַשטימט אַ מינימום פֿון ריכטליניעס פֿאַר דערוואַרטער און נישט אָננעמלעכער אויפֿפֿירונג. ער גילט פֿאַר אַלע וואָס האָבן פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע און טראָגן בײַ צו וויקימעדיע־פּראָיעקטן און סבֿיבֿות, סײַ אָנלײַן, סײַ מחוץ דעם אינטערנעץ. דאָס נעמט אַרײַן נײַע און דערפֿאַרענע בײַטראָגער, אַמט־טרעגער אין די פּראָיעקטן, אָרגאַניזאַטאָרן און באַטייליקטע פֿון געשעענישן, אָנגעשטעלטע און מיטגלידער פֿון די פֿאַרוואַלטונגס־ראַטן פֿון פֿאַרבונדענע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך אָנגעשטעלטע און מיטגלידער פֿונעם פֿאַרוואַלטונגס־ראַט פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע. ער גילט פֿאַר אַלע וויקימעדיע־פּראָיעקטן, טעכנישע סבֿיבֿות, געשעענישן מיט פֿיזישער אָנוועזנהייט און ווירטועלע געשעענישן, ווי אויך פֿאַר די ווײַטערדיקע פֿאַלן:

  • פּריוואַטע, עפֿנטלעכע און האַלב־עפֿנטלעכע קאָנטאַקטן
  • דיסקוסיעס וועגן חילוקי־דעות און אויסדרוקן פֿון סאָלידאַריטעט צווישן קהילה־מיטגלידער
  • ענינים פֿון טעכנישער אַנטוויקלונג
  • אַספּעקטן פֿון בײַטראָגן אינהאַלט
  • פֿאַלן פֿון פֿאַרטרעטן פֿאַרבונדענע אָרגאַניזאַציעס אָדער קהילות בײַ אויסערלעכע פּאַרטנערס

1 – אַרײַנפֿיר

דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס שטעלט פֿעסט אַ יסוד פֿאַר דער אויפֿפֿירונג בײַם צוזאַמענאַרבעטן אויף וויקימעדיע־פּראָיעקטן איבער דער וועלט. קהילות מעגן צולייגן דערצו כּדי צו אַנטוויקלען כּללים וואָס נעמען אין באַטראַכט דעם אָרטיקן און קולטורעלן קאָנטעקסט, בשעת זיי האַלטן זיך לכל־הפּחות בײַ די דאָ אויסגערעכנטע קריטעריעס.

דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס גילט גלײַך פֿאַר אַלע וויקימעדיאַנער, אָן שום אויסנאַם. מעשׂים וואָס שטייען אין סתּירה מיטן אוניווערסאַלן אויפֿפֿירונג־קאָדעקס קענען ברענגען צו סאַנקציעס. די סאַנקציעס קענען אַרויפֿגעלייגט ווערן דורך באַשטימטע אַמט־טרעגער (לויט וואָס איז פּאַסיק אין זייער אָרטיקן קאָנטעקסט) און/אָדער דורך דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע ווי דער לעגאַלער אייגנטימער פֿון די פּלאַטפֿאָרמעס.

2 – דערוואַרטע אויפֿפֿירונג

יעדער וויקימעדיאַנער, צי אַ נײַער אָדער דערפֿאַרענער רעדאַקטאָר, אַן אַמט־טרעגער אין דער קהילה, אַ מיטגליד פֿונעם פֿאַרוואַלטונגס־ראַט אָדער אַן אָנגעשטעלטער פֿון אַ פֿאַרבונדענער אָרגאַניזאַציע אָדער פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע, איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער אייגענער אויפֿפֿירונג.

אין אַלע וויקימעדיע־פּראָיעקטן, סבֿיבֿות און געשעענישן וועט די אויפֿפֿירונג זיך באַזירן אויף רעספּעקט, העפֿלעכקייט, קאָלעגיאַליטעט, סאָלידאַריטעט און גוטער בירגערשאַפֿט. דאָס גילט פֿאַר אַלע בײַטראָגער און באַטייליקטע אין זייערע קאָנטאַקטן מיט אַלע אַנדערע בײַטראָגער און באַטייליקטע, אָן אויסנאַמען צוליב עלטער, גײַסטיקע אָדער פֿיזישע באַהינדערונגען, אויסזען, נאַציאָנאַלן, רעליגיעזן, עטנישן און קולטורעלן הינטערגרונט, קאַסטע, געזעלשאַפֿטלעכן קלאַס, שפּראַך־באַהאַוונטקייט, סעקסועלער אָריענטאַציע, דזשענדער־אידענטיטעט, מין אָדער פּראָפֿעסיאָנעלן געביט. מיר וועלן אויך נישט מאַכן קיין אויסנאַמען צוליב שטעלע, פֿעיִקייטן אָדער דערגרייכונגען אין די וויקימעדיע־פּראָיעקטן אָדער אין דער באַוועגונג.

2.1 – קעגנזײַטיקער רעספּעקט

מיר דערוואַרטן אַז אַלע וויקימעדיאַנער זאָלן ווײַזן רעספּעקט פֿאַר אַנדערע. אין קאָמוניקאַציע מיט מענטשן, סײַ אין אָנלײַן־סבֿיבֿות פֿון וויקימעדיע, סײַ אין סבֿיבֿות מחוץ דעם אינטערנעץ, וועלן מיר זיך באַציִען איינער צום אַנדערן מיט קעגנזײַטיקן רעספּעקט.

דאָס נעמט אַרײַן, אָבער באַגרענעצט זיך נישט צו:

  • ווײַזט עמפּאַטיע. הערט זיך צו און פּרוּווט פֿאַרשטיין וואָס וויקימעדיאַנער מיט פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן ווילן אײַך זאָגן. זײַט גרייט קריטיש איבערצוקוקן און צוצופּאַסן אײַער אייגענעם פֿאַרשטאַנד, אײַערע דערוואַרטונגען און אײַער אויפֿפֿירונג ווי וויקימעדיאַנער.
  • נעמט אָן גוטע כּוונות און מאַכט קאָנסטרוקטיווע רעדאַקטירונגען; אײַערע בײַטראָגן זאָלן פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿונעם פּראָיעקט אָדער פֿון דער אַרבעט. גיט און נעמט אָן באַמערקונגען פֿרײַנדלעך און מיט גוטע כּוונות. קריטיק זאָל געגעבן ווערן אויף אַ סענסיטיוון און קאָנסטרוקטיוון אופֿן. אַלע וויקימעדיאַנער זאָלן אָננעמען, סײַדן עס זענען פֿאַראַן ראיות צום פֿאַרקערטן, אַז אַנדערע זענען דאָ כּדי צוזאַמען צו פֿאַרבעסערן די פּראָיעקטן; אָבער דאָס זאָל נישט געניצט ווערן כּדי צו באַרעכטיקן אויסזאָגן מיט אַ שעדלעכער השפּעה.
  • רעספּעקטירט ווי בײַטראָגער רופֿן און באַשרײַבן זיך אַליין. מענטשן קענען נוצן באַזונדערע טערמינען כּדי זיך צו באַשרײַבן. ווי אַ צייכן פֿון רעספּעקט, ניצט די טערמינען ווען איר קאָמוניקירט מיט די מענטשן אָדער וועגן זיי, וווּ דאָס איז מעגלעך פֿון אַ שפּראַכלעכן אָדער טעכנישן שטאַנדפּונקט. בײַשפּילן זענען:
    • עטנישע גרופּעס קענען נוצן אַ באַזונדערן נאָמען כּדי זיך צו באַשרײַבן, אַנשטאָט דעם נאָמען וואָס אַנדערע האָבן היסטאָריש געניצט;
    • מענטשן קענען האָבן נעמען מיט אותיות, קלאַנגען אָדער ווערטער פֿון זייער שפּראַך וואָס איר קענט אפֿשר נישט;
    • מענטשן וואָס אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַ געוויסער סעקסועלער אָריענטאַציע אָדער דזשענדער־אידענטיטעט און נוצן באַזונדערע נעמען אָדער פּראָנאָמען;
    • מענטשן מיט אַ געוויסער פֿיזישער אָדער גײַסטיקער באַהינדערונג קענען נוצן באַזונדערע טערמינען כּדי זיך צו באַשרײַבן
  • בײַ באַגעגענישן מיט פֿיזישער אָנוועזנהייט וועלן מיר יעדן אויפֿנעמען פֿרײַנדלעך און נעמען אין באַטראַכט און רעספּעקטירן די פּרעפֿערענצן, גרענעצן, געפֿילן, טראַדיציעס און באַדערפֿענישן איינער פֿונעם אַנדערן.

2.2 – העפֿלעכקייט, קאָלעגיאַליטעט, קעגנזײַטיקע שטיצע און גוטע בירגערשאַפֿט

מיר שטרעבן צו די ווײַטערדיקע פֿאָרמען פֿון אויפֿפֿירונג:

  • העפֿלעכקייט מיינט אַ העפֿלעכע אויפֿפֿירונג און רעדע צווישן מענטשן, אַרײַנגערעכנט פֿרעמדע.
  • קאָלעגיאַליטעט איז די פֿרײַנדלעכע שטיצע וואָס מענטשן וואָס אַרבעטן אויף אַ געמיינזאַמען ציל געבן איינער דעם אַנדערן.
  • קעגנזײַטיקע שטיצע און גוטע בירגערשאַפֿט מיינען אַקטיוו צו נעמען פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די וויקימעדיע־פּראָיעקטן זאָלן זײַן פּראָדוקטיווע, אָנגענעמע און זיכערע סבֿיבֿות, און זאָלן בײַטראָגן צו דער שליחות פֿון וויקימעדיע.

דאָס נעמט אַרײַן, אָבער באַגרענעצט זיך נישט צו:

  • מענטאָרשאַפֿט און הדרכה: העלפֿן נײַגעקומענע געפֿינען זייער וועג און זיך אײַנשאַפֿן וויכטיקע פֿעיִקייטן.
  • זאָרגן פֿאַר מיטבײַטראָגער: העלפֿט זיי ווען זיי דאַרפֿן שטיצע, און נעמט זיך אָן פֿאַר זיי ווען מען באַהאַנדלט זיי אויף אַן אופֿן וואָס שטימט נישט מיט דער דערוואַרטער אויפֿפֿירונג לויטן אוניווערסאַלן אויפֿפֿירונג־קאָדעקס.
  • אָנערקענט די אַרבעט פֿון בײַטראָגער און גיט זיי קרעדיט דערפֿאַר: באַדאַנקט זיי פֿאַר זייער הילף און אַרבעט. שאַצט זייערע באַמיאונגען און גיט די אָנערקענונג צו וועמען זי קומט.

3 – נישט אָננעמלעכע אויפֿפֿירונג

דער אוניווערסאַלער אויפֿפֿירונג־קאָדעקס האָט צום ציל צו העלפֿן קהילה־מיטגלידער דערקענען פֿאַלן פֿון שלעכטער אויפֿפֿירונג. די ווײַטערדיקע פֿאָרמען פֿון אויפֿפֿירונג ווערן באַטראַכט ווי נישט אָננעמלעך אין דער וויקימעדיע־באַוועגונג:

3.1 – באַלעסטיקונג

דאָס נעמט אַרײַן יעדע אויפֿפֿירונג וועמענס הויפּט־כּוונה איז אײַנצושרעקן, אויפֿצוברענגען אָדער אויפֿצורעגן אַ מענטש, אָדער יעדע אויפֿפֿירונג בײַ וועלכער מען קען מיט רעכט באַטראַכטן דאָס ווי דעם מסתּמאדיקן הויפּט־רעזולטאַט. אויפֿפֿירונג קען באַטראַכט ווערן ווי באַלעסטיקונג אויב זי גייט ווײַטער פֿון וואָס מען וואָלט דערוואַרט אַז אַ פֿאַרשטענדיקער מענטש זאָל דערטראָגן אין אַ וועלטווײַטער, צווישן־קולטורעלער סבֿיבֿה. באַלעסטיקונג נעמט אָפֿט די פֿאָרעם פֿון עמאָציאָנעלער מישאַנדלונג, ספּעציעל קעגן מענטשן אין אַ שפּירעוודיקער פּאָזיציע, און קען אַרײַננעמען זיך פֿאַרבינדן מיט אַרבעטספּלעצער אָדער מיט פֿרײַנד און משפּחה־מיטגלידער כּדי אײַנצושרעקן אָדער צו פֿאַרשעמען. אין געוויסע פֿאַלן קען אַן אויפֿפֿירונג וואָס וואָלט נישט געווען באַלעסטיקונג אין אַן איינציקן פֿאַל ווערן באַלעסטיקונג ווען זי חזרט זיך איבער. באַלעסטיקונג נעמט אַרײַן, אָבער באַגרענעצט זיך נישט צו:

  • באַליידיקונגען: דאָס נעמט אַרײַן רופֿן מיט באַליידיקנדיקע נעמען, נוצן דערנידעריקנדיקע ווערטער אָדער סטערעאָטיפּן, און אַלע אַטאַקן באַזירט אויף פּערזענלעכע אייגנשאַפֿטן. באַליידיקונגען קענען זיך באַציִען אויף אייגנשאַפֿטן וואָס מען שרײַבט צו אַ מענטש, ווי אינטעליגענץ, אויסזען, עטנישער אָפּשטאַם, ראַסע, רעליגיע (אָדער דאָס פֿעלן פֿון איר), קולטור, קאַסטע, סעקסועלע אָריענטאַציע, דזשענדער, מין, באַהינדערונג, עלטער, נאַציאָנאַליטעט, פּאָליטישע צוגעבונדנקייט אָדער אַנדערע אייגנשאַפֿטן. אין געוויסע פֿאַלן באַשטייען באַליידיקונגען אין דער צוזאַמענווירקונג פֿון איבערגעחזרטן שפּאָט, סאַרקאַזם אָדער אַגרעסיע, אַפֿילו ווען באַזונדערע אויסזאָגן וואָלטן נישט גערעכנט געוואָרן ווי באַליידיקונגען.
  • סעקסועלע באַלעסטיקונג: סעקסועלע אויפֿמערקזאַמקייט אָדער צוגאַנגען פֿון יעדן מין צו אַנדערע, ווען דער מענטש ווייסט אָדער וואָלט מיט רעכט געדאַרפֿט וויסן אַז די אויפֿמערקזאַמקייט איז נישט געוואָלט, אָדער אין סיטואַציעס וווּ מען קען נישט אויסדריקן הסכּמה.
  • סטראַשונגען: בפֿירוש אָדער אומדירעקט אָנווײַזן אויף דער מעגלעכקייט פֿון פֿיזישער גוואַלד, אומגערעכטער פֿאַרשעמונג, אומגערעכטן און אומבאַרעכטיקטן שאָדן צום גוטן נאָמען, אָדער אײַנשרעקן דורך סטראַשען מיט אומנייטיקע געריכטלעכע שריט, כּדי צו געווינען אַ וויכּוח אָדער צו צווינגען עמעצן זיך אויפֿצופֿירן ווי מען וויל.
  • דערמוטיקן צו שעדיקן אַנדערע: דאָס נעמט אַרײַן דערמוטיקן אַן אַנדערן מענטש זיך אַליין צו שעדיקן אָדער זיך צו נעמען דאָס לעבן, ווי אויך דערמוטיקן עמעצן דורכצופֿירן גוואַלד־אַטאַקן קעגן אַ דריטן צד.
  • אַנטפּלעקן פּערזענלעכע דאַטן (דאָקסינג): טיילן פּריוואַטע אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע בײַטראָגער, ווי אַ נאָמען, אַרבעטספּלאַץ, פֿיזישע אַדרעס אָדער בליצפּאָסט־אַדרעס, אָן זייער קלאָר אויסגעדריקטע הסכּמה, סײַ אויף די וויקימעדיע־פּראָיעקטן, סײַ אַנדערשוווּ; אָדער טיילן אינפֿאָרמאַציע וועגן זייער וויקימעדיע־אַקטיוויטעט מחוץ די פּראָיעקטן.
  • נאָכיאָגן: נאָכפֿאָלגן אַ מענטש איבער די פּראָיעקטן און כּסדר קריטיקירן זײַן אַרבעט, דער עיקר מיט דער כּוונה אים אויפֿצורעגן אָדער אים צו אַנטמוטיקן. אויב די פּראָבלעמען גייען אָן נאָך פּרוּוון זיך צו פֿאַרבינדן און צו דערקלערן, קען זײַן אַז די קהילות וועלן דאַרפֿן זיי באַהאַנדלען דורך באַשטייענדיקע קהילה־פּראָצעדורן.
  • טראָלן: בכּיוון שטערן שמועסן אָדער שרײַבן מעלדונגען מיט שלעכטע כּוונות כּדי בכּיוון צו פּראָוואָצירן.

3.2 – מיסברויך פֿון מאַכט, פּריווילעגיע אָדער השפּעה

מיסברויך קומט פֿאָר ווען עמעצער וואָס האָט אַ שטעלע פֿון מאַכט, פּריווילעגיע אָדער השפּעה — טאַקע אָדער אין די אויגן פֿון אַנדערע — פֿירט זיך אויף אָן רעספּעקט, מיט אַכזריות און/אָדער מיט גוואַלד קעגן אַנדערע מענטשן. אין וויקימעדיע־סבֿיבֿות קען דאָס אָננעמען די פֿאָרעם פֿון מינדלעכער אָדער פּסיכאָלאָגישער מישאַנדלונג און זיך איבערדעקן מיט באַלעסטיקונג.

  • מיסברויך פֿון אַמט דורך אַמט־טרעגער, באַאַמטע און אָנגעשטעלטע: נוצן אויטאָריטעט, וויסן אָדער מיטלען וואָס שטייען צו דער פֿאַרפֿיגונג פֿון באַשטימטע אַמט־טרעגער, ווי אויך פֿון באַאַמטע און אָנגעשטעלטע פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע אָדער פֿון פֿאַרבונדענע וויקימעדיע־אָרגאַניזאַציעס, כּדי אײַנצושרעקן אָדער צו סטראַשען אַנדערע.
  • מיסברויך פֿון לאַנגיאָריקער באַטייליקונג און באַציִונגען: נוצן די אייגענע שטעלע און רעפּוטאַציע כּדי אײַנצושרעקן אַנדערע. מיר דערוואַרטן אַז מענטשן מיט אַ סך דערפֿאַרונג און באַציִונגען אין דער באַוועגונג זאָלן זיך אויפֿפֿירן באַזונדערס פֿאָרזיכטיק, ווײַל פֿײַנטלעכע באַמערקונגען פֿון זיי קענען האָבן נעגאַטיווע נאָכווירקונגען וואָס זיי האָבן נישט בכּיוון געהאַט. מענטשן מיט אויטאָריטעט אין דער קהילה האָבן אַ באַזונדערע פּריווילעגיע: מען באַטראַכט זיי ווי פֿאַרלאָזלעך. זיי זאָלן דאָס נישט מיסברויכן כּדי אָנצופֿאַלן אַנדערע וואָס זענען מיט זיי נישט מסכּים.
  • פּסיכאָלאָגישע מאַניפּולאַציע: מיט אַ שלעכטער כּוונה ברענגען עמעצן צו צווייפֿלען אין די אייגענע אײַנדרוקן, חושים אָדער פֿאַרשטאַנד, כּדי צו געווינען אַ וויכּוח אָדער צו צווינגען עמעצן זיך אויפֿצופֿירן ווי מען וויל.

3.3 – וואַנדאַליזם פֿון אינהאַלט און מיסברויך פֿון די פּראָיעקטן

בכּיוון אַרײַנברענגען אײַנזײַטיקן, פֿאַלשן, אומפּינקטלעכן אָדער נישט פּאַסיקן אינהאַלט, אָדער שטערן, אָפּהאַלטן אָדער אויף אַן אַנדערן אופֿן באַהינדערן דאָס שאַפֿן (און/אָדער אונטערהאַלטן) פֿון אינהאַלט. דאָס נעמט אַרײַן, אָבער באַגרענעצט זיך נישט צו:

  • כּסדר אַוועקנעמען אינהאַלט פֿון וועלכן מין עס זאָל נישט זײַן, ווילקירלעך אָדער אָן אַ סיבה, אָן אַ פּאַסיקער דיסקוסיע אָדער אַ דערקלערונג
  • סיסטעמאַטיש מאַניפּולירן אינהאַלט כּדי צו באַגינסטיקן געוויסע אויסטײַטשונגען פֿון פֿאַקטן אָדער שטאַנדפּונקטן (אויך דורך אומגעטרײַער אָדער בכּיוון פֿאַלשער איבערגאַבע פֿון מקורים און דורך ענדערן דעם ריכטיקן אופֿן פֿון צונויפֿשטעלן רעדאַקטאָרישן אינהאַלט)
  • שׂינאה־רעדע אין יעדער פֿאָרעם, אָדער דיסקרימינירנדיקע שפּראַך וואָס צילט צו באַשמוצן, דערנידעריקן אָדער אָנצוהעצן שׂינאה קעגן יחידים אָדער גרופּעס צוליב דעם ווער זיי זענען אָדער זייערע פּערזענלעכע גלויבנס
  • נוצן סימבאָלן, בילדער, קאַטעגאָריעס, צעטלעך אָדער אַנדערע מינים אינהאַלט וואָס שרעקן אײַן אָדער שעדיקן אַנדערע, מחוץ דעם קאָנטעקסט פֿון ענציקלאָפּעדישן, אינפֿאָרמאַטיוון באַניץ. דאָס נעמט אַרײַן אַרויפֿצווינגען אויף אינהאַלט סכעמעס וואָס צילן צו פֿאַרשטויסן מענטשן צום ראַנד אָדער זיי אויסצושליסן.