From Wikimedia Foundation Governance Wiki
| באַניץ־תּנאָים פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע
דאָס איז אַ לײַכט פֿאַרשטענדלעכער קיצור פֿון די באַניץ־תּנאָים.
קלאָרשטעלונג: דער דאָזיקער קיצור איז נישט קיין טייל פֿון די באַניץ־תּנאָים און איז נישט קיין לעגאַלער דאָקומענט. ער איז נאָר אַ באַקוועמע הילף צו פֿאַרשטיין די פֿולע תּנאָים. באַטראַכט אים ווי אַ באַניצער־פֿרײַנדלעכן צובינד צו דער לעגאַלער שפּראַך פֿון אונדזערע באַניץ־תּנאָים.
אַ טייל פֿון אונדזער מיסיע איז:
- צו געבן די מעגלעכקייט און דעם אָנטרײַב צו מענטשן איבער דער וועלט צו זאַמלען און אַנטוויקלען בילדונגס־אינהאַלט, און אים פֿאַרעפֿנטלעכן אונטער אַ פֿרײַער ליצענץ אָדער איבערגעבן אינעם עפֿנטלעכן אייגנטום.
- צו פֿאַרשפּרייטן דעם אינהאַלט עפֿעקטיוו איבער דער וועלט, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
- צו צושטעלן וועבזײַטן און טעכנישע אינפֿראַסטרוקטור כּדי אײַך צו העלפֿן דאָס צו טאָן.
איר קענט פֿרײַ:
- לייענען און דרוקן אונדזערע אַרטיקלען און אַנדערע מעדיע פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
- מיטטיילן און ווידערניצן אונדזערע אַרטיקלען און אַנדערע מעדיע אונטער פֿרײַע און אָפֿענע ליצענצן.
- בײַטראָגן צו און רעדאַקטירן אונדזערע פֿאַרשיידענע וועבזײַטן אָדער פּראָיעקטן.
אונטער די פֿאָלגנדיקע תּנאָים:
- פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט — איר נעמט פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר אײַערע רעדאַקטירונגען (ווײַל מיר בלויז באַלעבאַטעווען אײַער אינהאַלט).
- דרך־ארץ — איר שטיצט אַ דרך־ארצדיקע סבֿיבֿה און באַלעסטיקט נישט אַנדערע באַניצערס.
- געזעצלעכער אויפֿפֿיר — איר פֿאַרלעצט נישט אויטאָררעכט, פֿאַרעפֿנטלעכט נישט אומגעזעצלעכן אינהאַלט און פֿאַרלעצט נישט אַנדערע אָנווענדלעכע געזעצן וואָס פֿאָלגן מענטשנרעכט־פּרינציפּן.
- נישט שאַטן — איר שאַט נישט אונדזער טעכנאָלאָגישער אינפֿראַסטרוקטור און פֿאָלגט די פּאָליטיקן פֿאַר דער אינפֿראַסטרוקטור.
- באַניץ־תּנאָים און פּאָליטיקן — איר האַלט זיך בײַ די ווײַטערדיקע באַניץ־תּנאָים, בײַם אוניווערסאַלן אויפֿפֿירונג־קאָדעקס און בײַ די אָנווענדלעכע קהילה־פּאָליטיקן ווען איר באַזוכט אונדזערע וועבזײַטן אָדער פּראָיעקטן אָדער באַטייליקט זיך אין אונדזערע קהילות.
מיטן פֿאַרשטאַנד אַז:
- איר ליצענצירט אײַערע בײַטראָגן פֿרײַ — בכלל מוזט איר ליצענצירן אײַערע בײַטראָגן און רעדאַקטירונגען צו אונדזערע וועבזײַטן אָדער פּראָיעקטן אונטער אַ פֿרײַער און אָפֿענער ליצענץ (סײַדן אײַער בײַטראָג איז אינעם עפֿנטלעכן אייגנטום).
- קיין פּראָפֿעסיאָנעלע עצה — דער אינהאַלט פֿון אַרטיקלען אויף וויקיפּעדיע און אַנדערע פּראָיעקטן איז נאָר פֿאַר אינפֿאָרמאַציע־צוועקן און איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע עצה.
אויב איר דאַרפֿט הילף אָדער ווילט מעלדן אַ פֿאַרלעצונג פֿון די דאָזיקע באַניץ־תּנאָים, קענט איר:
- בעטן הילף אויף אונדזערע פּראָיעקטן: דריקט אויף „הילף“ אויף דער לינקער זײַט פֿון רובֿ זײַטן.
- בעטן הילף דורך בליצפּאָסט: פֿאַרבינדט זיך מיט דערפֿאַרענע פֿרײַוויליקע פֿאַר הילף דורך שיקן אַ בליצבריוו צו info
wikimedia org.
- זיך פֿאַרבינדן מיט דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע: אינפֿאָרמאַציע וועגן ווי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אונדז געפֿינט זיך אויף אונדזער פֿאַרבינדונג־זײַט.
- אויב איר זײַט אַ נײַער בײַשטײַערער: אויף זײַטן ווי דער אַרײַנפֿיר פֿאַר נײַ־געקומענע קענט איר געפֿינען פּראָיעקט־פּאָליטיקן וואָס העלפֿן לערנען ווי צו נוצן די וויקימעדיע־פּראָיעקטן.
|