Jump to content

פּריוואַטקייט־פּאָליטיק — קיצור

From Wikimedia Foundation Governance Wiki
This page is a translated version of the page Policy:Privacy policy/Summary and the translation is 100% complete.
פּריוואַטקייט־פּאָליטיק פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע
דאָס איז אַ קיצור פֿון דער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק. כּדי צו לייענען די פֿולע תּנאָים, דריקט דאָ.
קלאָרשטעלונג: דער דאָזיקער קיצור איז נישט קיין טייל פֿון דער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק און איז נישט קיין לעגאַלער דאָקומענט. ער איז נאָר אַ באַקוועמע הילף צו פֿאַרשטיין די פֿולע פּריוואַטקייט־פּאָליטיק. באַטראַכט אים ווי אַ באַניצער־פֿרײַנדלעכן צובינד צו אונדזער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק.

ווײַל מיר גלייבן אַז איר זאָלט נישט מוזן צושטעלן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער באַוועגונג פֿאַר פֿרײַער קענטעניש, קענט איר:

ווײַל מיר ווילן פֿאַרשטיין ווי די וויקימעדיע־וועבזײַטן ווערן געניצט, כּדי זיי צו פֿאַרבעסערן פֿאַר אײַך, זאַמלען מיר געוויסע אינפֿאָרמאַציע ווען איר:

מיר פֿאַרפֿליכטן זיך:

נעמט אין אַכט:

  • יעדער אינהאַלט וואָס איר לייגט צו אָדער יעדע ענדערונג וואָס איר מאַכט אויף אַ וויקימעדיע־וועבזײַט וועט זײַן עפֿנטלעך און שטענדיק צוטריטלעך.
  • אויב איר לייגט צו אינהאַלט אָדער מאַכט אַן ענדערונג אויף אַ וויקימעדיע־וועבזײַט אָן אַרײַנשרײַבן זיך, וועט דער אינהאַלט אָדער די ענדערונג עפֿנטלעך צוגעשריבן ווערן צו אַ צײַטווײַליקער קאָנטע.
  • אונדזער קהילה פֿון פֿרײַוויליקע רעדאַקטאָרן און בײַשטײַערער רעגולירט זיך אַליין. געוויסע אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די וויקימעדיע־וועבזײַטן, וואָס ווערן אויסגעקליבן פֿון דער קהילה, ניצן מכשירים וואָס געבן זיי באַגרענעצטן צוטריט צו נישט עפֿנטלעכער אינפֿאָרמאַציע וועגן די לעצטע בײַטראָגן, כּדי זיי זאָלן קענען באַשיצן די וויקימעדיע־וועבזײַטן און דורכפֿירן פּאָליטיקן.
  • די דאָזיקע פּריוואַטקייט־פּאָליטיק גילט נישט פֿאַר אַלע וועבזײַטן און סערוויסעס אָנגעפֿירט פֿון דער וויקימעדיע־פֿונדאַציע, ווי וועבזײַטן אָדער סערוויסעס מיט אַן אייגענער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק (ווי די וויקימעדיע־קראָם), אָדער וועבזײַטן אָדער סערוויסעס אָנגעפֿירט פֿון דריטע צדדים (ווי פּראָיעקטן פֿון דריט־צדדיקע אַנטוויקלערס אויף וויקימעדיע וואָלקן־סערוויסעס).
  • ווי אַ טייל פֿון אונדזער פֿאַרפֿליכטונג צו בילדונג און פֿאָרשונג איבער דער וועלט, פֿאַרעפֿנטלעכן מיר פֿון צײַט צו צײַט עפֿנטלעכע אינפֿאָרמאַציע און צונויפֿגעזאַמלטע אָדער נישט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿאַרן ברייטן עולם דורך דאַטן־אויסצוגן און דאַטן־זאַמלונגען.
  • כּדי צו באַשיצן די וויקימעדיע־פֿונדאַציע און אַנדערע באַניצערס, טאָר מען נישט נוצן די וויקימעדיע־וועבזײַטן אויב מען איז נישט מסכּים מיט דער דאָזיקער פּריוואַטקייט־פּאָליטיק.
זײַטן וועגן פּריוואַטקייט